ב"ה, ה' מ"ח, תשט"ו
ברוקלין.
מתפללי בית הכנסת... ה' עליהם יחיו
שלום וברכה!
איך בין געווען צופרידען צו באקומען א אלגעמיינעם גרוס פון אייך, און האפענטליך גייט דאס אלץ בא אייך בסדר ובשלום סיי בגשמיות און סיי ברוחניות.
און אזוי ווי ניט לאנג האט זיך אנגעהויבען דער נייער יאהר און מען האט אנגעהויבען צו לייענען די תורה נאך אמאל פון בראשית ברא, איז ווי עס ווערט געבראכט אין ספרים, איז די קריאה דארף דערמאנען א אידען אז עס דארף זיך אנהויבען א נייער סדר סיי אין "את השמים" בנוגע רוחניות'דיקע ענינים און אויך "את הארץ" בנוגע גשמיות'דיקע ענינים, און וויסען אז "ברא אלקים" לויטן מאמר רז"ל אלמלא עוזרו אין יכול לו (סוכה נ"ב ע"א) אז הקדוש ברוך הוא העלפט אויף פארווירקליכען די גוטע החלטות וואס יעדער איד נעמט אן אין דעם חדש תשרי, אויף צו טאן אין זיי בפועל ממש, אין די טעג פון א גאנץ יאהר.
און בנוגע צו א בית הכנסת, איז אויף וויפיל גוט עס איז געווען אין דעם עבר, איז זיכער נאך דא ארט אויף צוגעבען אין די שיעורים וועלכע ווערען געלערנט ברבים. און האפענטליך זאגט מען תהלים יעדער טאג נאכן דאוונען אין דער פריה, און צו געבען פון די שול געלט אויף ענינים פון צדקה על טהרת הקדש, און דאס העלפט אויך אז די מתפללים פון בית הכנסת זאלען מיטנעמען א צוגאב אין לעבעדיקייט און ווארימקייט פון דער שול אהיים, וואס מיט דעם בריינגט מען צוגאב ברכות פון השם יתברך אין דעם וואס עס באדארף א מענטש און זיינע בני בית שיחיו.
בברכה צו א געזונטען ווינטער און הצלחה יאהר בכלל.