Letter # 3045

None

3045

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, כ"ב מ"ח, תשט"ו

ברוקלין.

אגודת נשי ובנות חב"ד סניף מאנטרעאל ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

איך האב באקומען אייער בריף און בין געווען צופרידען צו לייענען אין עם וועגען די פערשידענע שמועסין און באשפרעכונגען וועלכע זיינען געווען אין דער צייט פון די אסיפות. און עס וואלט געווען א גוטע זאך, אויב עס זיינען נאר פראן די פאסענדע מענשן, אז בא יעדער אסיפה זאל מען אויך ריידין וועגען די אינהאלט פון דער סדרה פון דער וואך אין וועלכער עס קומט פאר די אסיפה און אויך פון די סדרות פון זינט דער פריערדיקער אסיפה, אדער פון די הפטרות. און מען קען געפינען מאטעריעל, אין דעם, אויך אין די Talks ו"שמועסן" פון די פריערדיקע יאהרען. אויך וואלט מען געדארפט משתדל זיין זיך צו אויסברייטערען דעם קרייז פון באטייליגטע אין די אסיפות.

 און געוויס אזוי ווי מיר גייען איצטער צום חדש כסלו אין וועלכען עס זיינען די יום טוב טעג פון יו"ד און י"ט כסלו און אויך חנוכה, וועט אויף די אסיפות פון אגודת נשי ובנות חב"ד געוויס גערעט ווערען אין די ענינים פון די באטרעפענדע טעג. און השי"ת זאל געבען עס זאל זיין מיט הצלחה אין דאס אלעס אויבען געזאגטע וואס דאס וועט בריינגען הצלחה צו יעדער איינע פון די איינטיילנעמער, אין זייערע ענינים הפרטים.

בברכה.

נ.ב.

אין ענטפער אויף אייער פראגע. אזוי ווי עס איז א גרויסער אונטערשייד אין עלטער צווישען די חברות פון נשי ובנות חב"ד, איז זעלבסט פארשטענדליך אויך דא א אונטערשייד אין די פראבלעמען וואס אינטערעסירט זיי און די פערשידענע פראגען, פרעגט איר מיין מיינונג אין וואס פאר א אופן צו באווארענען דאס.

לויט מיין מיינונג. זיינען דאך פראן אזעלכע פראגען און ענינים אלגעמיינע וועלכע זיינען נוגע אלעמען פון די חברות, און עס זיינען פראן אויך שאלות און ענינים וועלכע זיינען פארבונדען נאר מיט א געוויסען עלטער. וואלט מען באדארפט אין איינקלאנג מיט דעם, איינארדנען אלגעמיינע אסיפות פון אלע חבירות, וואו עס זאלען באהאנדעלט ווערען די אלגעמיינע פראבלעמען, און דארטען זאל אויך בא דער אסיפה געלערענט ווערען פון דער סדרה פון דער וואך, אדער אזעלכע דינים וועלכע זיינען נוגע אלעמען צו וויסען זיי, און אויסער דעם מאכען אסיפות פון פערשידענע גרופעס פון די נשי ובנות חב"ד, אויף וועלכע עס זאלען באהאנדעלט ווערען נאר די פראבלעמען וועלכע זיינען פארבונדען מיט דער עלטער פון דער גרופע. זעלבסט פארשטענדליך אז אויב אויך אויף דער אסיפה וועט בייזיין איינע פון די עלטערע, איז אויך אן אחריות איר אנוועזענהייט. אבער עס מוזען זיין אלגעמיינע אסיפות און אפטער פון אלע פרויען צוזאמען.

און איך האף אז אויך די וועלכע זיינען ביז איצטער ניט געקומען צו די אסיפות פון נשי ובנות חב"ד, איז נאך דעם ווי זיי וועלין זיך איבערצייגען זייענדיג אויף די ספעציעלע גרופען אסיפות, וועלען זיי אויך אנהויבען צו קומען אפילו צו די אלגעמיינע אסיפות און האפענטליך וועט דאס אלץ זיין בדרכי נועם ובדרכי שלום, וואס דאס וועט אויך בריינגען הצלחה אין דער ארבעט.