ב"ה, ה' כסלו, תשט"ו
ברוקלין.
שלום וברכה!
אין ענטפער אויף אייער בריף פון ב' תולדות, אין וועלכען [איר] שרייבט ראשי פרקים פון אייער איבערלעבונגען, און אז איצטער זייט איר משמש בקדש בבית הכנסת לינת הצדק.
זיכער האט איר געהערט דעם ווארט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר וואס ער האט געזאגט בשם הצמח-צדק אין זיין ווענדונג צו א שמש. "קרא לשמש ויזרח אור - קרא לשמש ויזרח אור". און כ"ק מו"ח האט דאס מפרש געווען, אז א שמש אין א שול איז זיין ארבעט - עבודה הפנימית - דארף זיין העלפען אז מען זאל דאוונען הארציג, מען זאל לערנען ווי מען באדארף, מען זאל זאגען תהלים נאכן דאוונען, און אויסברייטערען די שיעורי לימוד וכו', וואס דענסטמאל ווערט אור - ליכטיג - אין שול. ומדתו של הקב"ה מדה כנגד מדה, אז מען מאכט ליכטיג דעם ארט וועלכען הקב"ה רופט עם בית תפלה, מאכט הקב"ה ליכטיג אין די הייזער פון די וועלכע זיינען זיך משתדל אין דעם. וכמבואר בכמה ספרים...
בברכה.