ב"ה, ט"ו כסלו, ה'תשט"ו
ברוקלין נ.י..
אל כל אחינו בני ישראל חובבי ומוקירי תורה ומצוה ה' עליהם יחיו
שלום וברכה!
אין צוזאמענהאנג מיט דער פארקומענדער יערלערכער פייערונג פון מרכז הישיבות "תומכי תמימים" ליובאוויטש, זונטאג פ' וארא, כ"ב טבת, תשט"ו. שיק איך מיין באגריסונג און ברכה צו אלע עסקני הישיבה, מיטהעלפער און שטיצער, אז עס זאל מקויים ווערען אין זיי די הבטחה פון "עץ חיים היא למחזיקים בה ותומכי' מאושר".
דער לעבענס-וויכטיקער ארט פון ישיבות, אלס יסוד פון אידישן לעבן, איז שוין ב"ה אנערקענט אין אלע קרייזען. די אויפגאבע פון ישיבות אין דער היינטיקער צייט, און בפרט דא אין אמעריקע, איז נאך וויכטיקער דערמיט - וואס די ישיבה איז דער ארט וואו א אידיש קינד באקומט ניט נאר די נויטיקע ידיעות אין תורה און מצוות, נאר ווערט דערצויגען אלס א פולשטענדיגער איד, כדי צו קענען פירן א גליקלעכן און הארמאנישן לעבן, לויט די אנווייזונגען פון תורתנו תורת חיים, חיים כפשוטם אויך בעולם הזה.
עס איז איבעראל באוואוסט, אז די ליובאוויטשער ישיבות תומכי-תמימים, מיט זייערע פיל הונדערטער תלמידים, כן ירבו, זיינען איינע פון די הויפט-זיילען פון אידישן לעבן אין אמעריקע. ניט נאר ערפילען זיי די וויכטיקסטע און שענסטע אויפגאבען און צוועקן פון א ישיבה בכלל, נאר, נוסף אויף דעם, האבען זיי זייער אייגענארטיקן כאראקטער דורך דעם גייסט פון אהבת ישראל און מסירות נפש פאר תורה ומצוות וואס ווערט אין זיי איינגעפלאנצט, אזוי אז די תלמידים "תמימים" פילען און דערפילען זייער פאראנטווארטלעכקייט און פליכט צו כלל ישראל, און זיינען "נרות להאיר" צו באלייכטען, יעדער איינער זיין סביבה, מיט דער ליכטיקייט פון "נר מצוה ותורה אור".
און דערפאר איז, בא איצטיגען פינאנציעלען קריזיס פון די ישיבות תומכי-תמימים א חוב קדוש צו אויפהאלטען זיי דורך ברייטע אונטערשטיצונג, און אויך פארגרעסערען און אויסברייטערן די ישיבה מיט אירע אפטיילונגען.
זאל מען זיך ניט באגנוג[נ]ען מיט בלויז העלפן די ישיבה תומכי-תמימים צו "עקזיסטירן". מען מוז איר געבען די געלט-מיטלען אנצוהאלטן איר נאטירלעכן וואוקס און אויסברייטערן זיך, ווי יעדע לעבעדיקע זאך וואס שטרעבט צו וואקסן כסדר.
מיר האבן די הבטחה פון כ"ק רבותינו הק' זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, אז יעדער איינער, מאן אדער פרוי, וואס נעמט אן אנטייל אין אויסהאלטן און שטיצן די ליובאוויטשער ישיבות שאפט זיך דערמיט די צנורות און כלים צו באקומען די ג-טלעכע ברכות און געניסן פון זיי אין טאג-טעגלעכן לעבן. און וואס גרעסער די השתתפות אלץ גרעסער זיינען די צנורות וכלים פאר פרנסה בהרחבה, נחת פון קינדער וכל טוב גשמי ורוחני.
בברכת כל טוב.