ב"ה, ט' טבת, תשט"ו
ברוקלין.
אגודת נשי ובנות חב"ד סניף פיטסבורג
ד' עליהן תחיינה
ברכה ושלום!
מיט פערגעניגען האב איך באקומען אייער בריף פון ד' טבת, אין וועלכען איר שרייבט וועגען דער גרינדונג פון דעם סניף אגודת נשי ובנות חב"ד אין פיטסבורג. און השי"ת זאל העלפען אז די התחלה זאל זיין בשעה טובה ומוצלחת, און זאל אזוי אנגיין מיט דער גאנצער ארבעט פון דער אגודה, צו פארשפרייטען נר מצוה ותורה אור ומאור שבתורה בא אייך און אין דער גאנצער סביבה, וואס דאס וועט בריינגען א צוגאב ברכה והצלחה צו יעדערער פון די באטייליגטע, אין אלץ וואס זיי נויטיגען זיך מיט זייערע בני בית.
ספעציעל בין איך געווען צופרידען צו לייענען אין אייער בריף, אז איר האט זיך געשטעלט פאר אייער ציעל, צו ארייננעמען אין דער אגודה אויך פריינט פון די ווייטערע, וואס באמת זיינען דאך אלע אידען קרובים איינער מיט דעם אנדערען דורך זייער פארבונד מיט השם יתברך וועלכער איז העכער פון אלע באגרעניצונג, מען דארף נאר קוקען מיט אפענע אויגען און באמערקען דאס ווי כל ישראל זיין חברים. און ווי עס ווערט אויך ערקלערט אין תניא פרק ל"ב, און אויך דורך דעם אדמו"ר צמח צדק ווי ער באשרייבט די מצוה פון ואהבת לרעך כמוך.
בייגעלייגט איז א טשעק (18) פון איינע פון די קופות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וועלכען איר וועט אויסגעבען אויף די הוצאות וועלכע זיינען פארבונדען מיט אייער ארבעט, און זעלבסט פארשטענדליך אז ניט די זאך איז דא די עטליכע דאללאר, נאר אלס א מיטעל צו אריינבריינגען א צוגאב הצלחה אין אייער עבודת הק'.
אויך איז דא בייגעלייגט א קאפיע פון מיינעם א מכתב כללי צו נשי ובנות חב"ד, און חאטש עס איז פארבונדען אין שייכות מיט י"ט כסלו, איז אבער זיין אינהאלט גילטיג און וויכטיג אויך א גאנץ יאהר.
בברכת הצלחה בעבודתן בקדש ולבשורות טובות גם בעניניהן הפרטים.