ב"ה, י"ז טבת, תשט"ו
ברוקלין.
מר יעקב שי' פרנס
שלום וברכה!
איך בין געווען צופרידען צו באקומען די ידיעה פון הרה"ח הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ בעל מרץ ורב פעלים מוה"ר צבי הירש שי' חיטריק, וועגען אייער אינטערעס אין דער עסקנות צבורית פון ליובאוויטש. ער האט מיר אויך צוגעשיקט אייער ארטיקעל וואו איר האט באשריבען די י"ט כסלו התועדות, און איך האף אז דער אינטערעס אייערער איז א דויערהאפטער און וועט אנהאלטען אויך אין די וואכעדיגע טעג פון א גאנץ יאהר, ווי חסידות לערענט און ווייזט אויף, אז דער אינטערעסירען זיך מיט א צווייטן אידן, און בכלל אהבת ישראל, דארף זיין און ווערט אויסגעפרופט און באוויזען דורך דער ענטשפרעכענדער באציאונג צו וואכעדיגע אידן אין וואכעדיגען לעבען זייערען.
און בפרט נעמענדיג אין אכט אז אויב מען וויל אויף א אמת - קען יעדער איד הייליק מאכען יעדער פרט און יעדער פאסירונג פון זיין טאג טעגליכן לעבען.
און דאס איז דאך, אויך די שליחות פון יעדער אידען, וואס מען האט זיי אלעמען און יעדערען באזונדער געמאכט פאר א ממלכת כהנים וגוי קדוש, אין דעם זעלבען מאמענט ווען זיי זיינען געווארען א פאלק בכלל, בא מתן תורה.
און דעריבער אויך - לייענענדיג אין אייער ארטיקעל דעם אויסדרוק אז "אידישקייט אין בראזיל איז א מדבר" (אויף וועלכען איך קען ניט מסכים זיין), האף איך אז איר האלט ניט מיט דעם אויסדרוק בוכשטעבליך - מער ניט וואס מען דארף אמאל זאגען א שטארקען ווארט, בכדי צו ווירקען אויף דעם לייענער און "דערנעמען" עם.
"מדבר" מיינט דאך א ארט וואס אפילו ווען מען זאל דארט אקערען און זייען ווערט גארניט וואקסען. די אנווייזונג און תורה פון בעל שם טוב און רבנו הזקן איז אבער, אז יעדער איד איז א "ארץ חפץ" ד.ה. א ארץ וואס מען גלוסט צו איר ווייל זי ענטהאלט אין זיך אונשאצבארע אוצרות.
און אזוי אויך יעדער איד אין יעדער צייט און אין יעדן ארט, פארמאגט ער געוואלדיקע אוצרות, און באזיצט א אומבארירטע נקודת היהדות, די ארבייט באשטייט נאר אין אויפדעקען און ארויסבריינגען אט די נקודת היהדות, וועלכע איז באהאלטען און ניט אנזעהוודיק, וואס דאן אנטפלעקט מען אויך די באהאלטענע אוצרות.
אט די אויפדעקונג און ארויסבריינגען פון דער נקודת היהדות איז פארשידען: אייניגע טוען און קענען דאס אליין באווייזען; און אנדערע מוזען אנקומען צו דער הילף פון דרויסען, אבער דאס איז זיכער אז ווען מען אקערט אויף ווי געהעריק און מען פארזייט דערנאך - גיט השי"ת גשמי ברכה און אויף אזוי פיל, אז פון איין קערענדיל קען אויסוואקסען א גאנצער בוים וועלכער גיט ארויס גוטע פרוכט.
און עס איז ניטא אויסנאמען אין דעם פאל: אפילו די וואס ביז היינט האבען זיי ניט געהאט קיין הצלחה אין דעם, איז אז עס וועלען זיך געפינען די וואס וועלכען פאראקערען אין דער פולסטער מאס און פארזייען אין דער פולסטער מאס, וועט זיכער קומען די צייט פון וואקסען און ארויסגעבען די געוואונשטע פירות.
און איך וויל האפען, איז איר, האבענדיג א השפעה אויף א גרויסן קרייז לייענער, וועט טאן אלעס וואס עס איז אין אייערער מעגליכקייטען אויף צו דערנעהנטערען דאס, און צו טאן אייער חלק אין דעם אין דער פולסטער מאס און השי"ת זאל אייך מצליח זיין.
בכבוד וברכה,
בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
מזכיר: