Letter # 3205

י"ט טבת, תשט"ו - מוה"ר יהודא ליב שי'

3205 - I didn’t ask but I’m sure Hashem past the test and your donation last year brought you wealth

Your increased donation this year will bring a further increase in wealth and most importantly in health and success for you and your wife.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, י"ט טבת, תשט"ו

ברוקלין, נ.י.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצרכי ציבור עסקן רב פעלים בעל מרץ ובעל מדות וכו' מוה"ר יהודא ליב שי'

שלום וברכה!

איך בין צופרידן צו באקומען גריסן וועגן אייער אינטערעסירונג אין דער געהעריקער צוגרייטונג צו דער יערלעכער אונטערנעמונג פון דער ישיבה תומכי תמימים ליובאוויטש דעם קומענדיקן זונטאג כ"ב טבת. נאך מער בין איך צופרידן צו הערן, אז ניט קוקנדיק אויף דעם וואס איר זייט אזוי באשטאנען אז מען זאל אייך ניט געבן דעם פאסטן פון טשערמאן, באטייליקט איר זיך מיטן פולן הארצן און האפנטלעך אין א ניט-קלענערע מאס ווי אין די פריערדיקע יארן, ווארום דא האנדלט זיך וועגן אן ענין פון - מעלין בקודש.

בשעת מיר האבן זיך געטראפן אין פארלויף פון דעם יאר, האב איך אייך ניט געוואלט פרעגן, ווי האלט עס מיט דעם אויבערשטנס הבטחה פון עשר בשביל שתתעשר, אז געבן צדקה מאכט ניט נאר ניט ווייניקער אין דער קעשענע, נאר פארקערט, עס קומט נאך צו. איך בין זיכער אבער אז דער אויבערשטער, וואס האט געזאגט בחנוני נא בזאת (פרובירט מיר אויס אין דעם) האט אויסגעהאלטן די בחינה און מקיים געווען זיין הבטחה, במילא האט אייער ביישטייערונג צו דעם פאראיאריקן דינער פון דער ליובאוויטשער ישיבה געבראכט די געהעריקע מאס פון (עשר בשביל ש)תתעשר, אין גאר פשוטן זין פון עשירות כפשוטו.

איך האף אז אויך הייאר וועט איר ניט נאר אנהאלטן אייער סטאנדארד, נאר אויך מקיים זיין די אנווייזונג פון חכמינו ז"ל מעלין בקודש, און זיכער וועט השי"ת מקיים זיין, זיין הבטחה פון עשר בשביל שתתעשר, אז די פארגרעסערטע ביישטייערונג זאל ברענגען א פארגרעסערונג אין תתעשר, אין געלט, און וואס נאך וויכטיקער איז, אין געזונט און הצלחה, פאר אייך און אייער פרוי מרים שתחי'.

ווי דער מנהג איז צו פארענדיקן מיט דער פרשת השבוע: ואלה שמות בני ישראל גו', וואס דער מדרש זאגט אויף דעם, בני ישראל ירדו ובני ישראל עלו, ד.ה. אז מצרים האט אויף זיי ניט געווירקט זיי אפצופרעמדן פון די עלטערן און זיידעס, אזוי זאל אויך יעדער איינער פון אונז האבן זיין טייל אין דער אונטערשטיצונג פון דער ישיבה, וואס שטארקט דעם פארבונד פון קינדער מיט עלטערן און זיידעס, אז עס זאל זיין א תמים, גאנצער פאלק, גוי תמים ואחד בארץ דורך תורה תמימה אחת והוי' אחד.

בברכת הצלחה.