Letter # 3230

כ"ו טבת, תשט"ו - הנהלת ועסקני ישיבת אחי תמימים ליובאוויטש דעיר ספרינגפיעלד, מאס. ובראשם הרה"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מוה"ר דוד שי' הלוי עדעלמאן

3230 - Letter for the Annual Dinner of Achei Temimim in Springfield, MA.

The importance of education in preserving the Jewish people and passing on the foundations of Judaism remains crucial in our generation, requiring even greater dedication and commitment.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, כ"ו טבת, תשט"ו

ברוקלין.

הנהלת ועסקני ישיבת אחי תמימים ליובאוויטש דעיר ספרינגפיעלד, מאס. ובראשם הרה"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מוה"ר דוד שי' הלוי עדעלמאן

שלום וברכה!

מיט פערגיניגען האב איך באקומען אייער בריף מיט דער ידיעה, אז ראש חודש שבט, הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה, וועט פארקומען די יערליכע חגיגה פון דער ישיבת אחי תמימים ליובאוויטש אין ספרינגפיעלד מאס. און איך האף אז די אידען פון ספרינגפיעלד חובבי תורה שאצען אפ ווי געהעריג די עבודה קדושה וואס ווערט געטאן דורך דער ישיבה, און וועלען אויף א פאסענדען אופן באטייליגען זיך אין דער חגיגה, סיי בגופם און סיי בממונם, און עס וועט אויך זיין עינם טובה בשל אחרים, צו איינווירקען אויך אויף פריינד און באקאנטע, אז אויך זיי זאלען זיך באטייליגען אין דער אויסהאלטונג און אויסברייטערונג פון דעם מוסד הק'.

ווארום אויב אין אלע צייטען איז חינוך געווען דער הויפט זייל (עמוד) פון דעם קיום עם ישראל, און ווי רבותינו ז"ל רופען דאס אן מלאכת שמים, איז אין א נאך פיל גרעסערער מאס איז דאס אזוי אין אונזער דור, און אין דער צייט, וואס די יוגענט נויטיגט זיך, ניט נאר אין דעם לערנען און וויסען פון תורה, נאר אויך אין לערנען די יסודות פון יהדות, און דאס אויפפירען זיך אין גייסט פון תורה אין דעם טאג טעגליכען לעבען, איז די נויטיגקייט פון אזא מוסד וועלכער זאל געבען חינוך על טהרת הקדש נאך פיל מער וויכטיקער און שטעלט מיט זיך פאר ענין שהנשמה תלוי' בו, - די נשמה פון א עדה אידען, אין וועלכער דער מוסד טוט זיין ארבעט, און מיר האבען א הבטחה פון רז"ל, אז אויך זייענדיק אין גלות, איז לב ישראל ער להקדוש ברוך הוא לתורתו. האף איך אז דאס וועט זיך אויסדריקען אין א ממשית'דיקער שטיצע, ווי געזאגט אז דער מוסד זאל קענען אנפירען מיט זיין עבודה קדושה אין א גרעסערער מאס, סיי בכמות און סיי באיכות - לויט דער פאדערונג פון דער צייט. און דער זכות זאל ביישטיין די אלע וועלכע נעמען איינטייל אין דעם, אין דעם וואס זיי נויטיגען זיך בגשמיות וברוחניות.

בברכת הצלחה.