ב"ה, כ"א שבט, תשט"ו
ברוקלין.
הוו"ח אי"א נו"נ כו' מוה"ר גרשון חנוך העניך שי'[1]
שלום וברכה!
איך בין געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף, אין וועלכען איר שרייבט וועגען דער ארבעט צו פארשטארקען און פארשפרייטן אידישקייט ברוח ישראל סבא, וואס אויב אין אלע צייטען האט מען געדארפט טאן אין דעם און עס איז געווען א חובת גברא, איז זיכער אז אין א נאך פיל גרעסערע מאס דארף דאס געטאן ווערען און מיט מער ענערגיע אין דער צייט פון חשך כפול ומכופל, און חאטש מיר האבען נאך ניט זוכה געווען צו דער גאולה האמיתית און אפילו נאך ניט צו דער אתחלתא דגאולה אבער נאך אלע סימנים נאך און לויט ווי מיר האבען געהערט מנשיאנו כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, הנה זה עומד אחר כתלנו, ה"ה משיח צדקנו (בלשון הרמב"ם הלכות מלכים פרק י"א הלכה ד') וואס ער וועט זיין א איד וואס לערנט תורה און איז מקיים מצות אזוי ווי דוד המלך, סיי תורה שבכתב און סיי תורה שבעל פה, און וועט מכריח זיין אלע אידען אז זיי זאלען גיין אין דער ריכטיגער וועג די וועג פון תורה, און פארשטארקען די ענינים וועלכע עס פעלען נאך, און מלחמה האלטען מלחמות ה', און דענסטמאל וועטן בוין דער בית המקדש און דערנאך וועט ער צונויפקלייבען אלע אידען פון גלות און וועט זיך נאך ניט באנוגענען מיט דעם, נאר וועט אויך זעהען אז די גאנצע וועלט זאל דינען דעם אויבערשטען כמו שכתוב לעבדו שכם אחד, איז אט דער משיח, שטייט שוין אחר כתלנו, און דעריבער דארף יעדער איינער ניט נאר טאן זיין חלק אין תורה ומצות בכלל און תשובה בפרט, תשובה כפשוטה, אפהיטען אלע מצות מעשיות ביחוד, נאר אויך צו איינווירקען אויף פריינד און באקאנטע אז אויך זיי זאלען תשובה טאן און אנהויבען מקיים זיין מצות מעשיות אין טאג טעגליכען לעבען, גאר כפשוטו, אפהיטען כשרות עסען, היטען שבת אפהיטען טהרת המשפחה, ערציהען קינדער כדת משה וישראל כו' וכו' וואס דאס און נאר דאס (און ניט קיינע פאליטישע "אידעאלען", און ניט קיינע אזעלכע "מצות" וועלכע מ'קלייבט זיך אויס צו טאן, און די תורה ווייס ניט פון אזעלכע מצות) וועט בריינגען פריער די אתחלתא דגאולה און דערנאך די שלימות הגאולה במהרה בימינו.
בברכה