ב"ה, ט"ז אדר, ה'תשט"ו
ברוקלין, נ.י.
צו די טשערלייט, עסקנים און אנטיילנעמער אין דער 13 - יעריקער קאמפיין אונטערנעמונג פאר ישיבת תומכי תמימים ליובאוויטש אין מאנטרעאל
ה' עליהם יחיו
שלום וברכה!
איך האב מיט פארגעניגען באקומען די ידיעה וועגן דעם קאמפיין וואס ווערט אנגעהויבן די נייע וואך, צו שאפן די נויטיקע פינאנציעליע הילף פאר דער ישיבה תומכי-תמימים ליובאוויטש אין מאנטרעאל. און דערמיט דריק איך אויס מיין הארציקע באגריסונג צו אלעמען, בכלל ובפרט, וועלכע נעמען א חלק אין דער דאזיקער יערלעכער אונטערנעמונג, און שיק מיין אינערלעכן וואונש, אז השי"ת זאל מצליח זיין בהצלחה גדולה.
בא יעדער אונטרנעמונג, און בפרט ווען עס האנדלט זיך וועגן דער צוקונפט פון אזא לעבנסוויכטיקן מוסד, ווי די ליובאוויטשער ישיבה אין מאנטרעאל, איז כדאי אריינצוטראכטן זיך וואס דער דאזיקער מוסד באדייט, ניט נאר פאר די הונדערטע תלמידים, כן ירבו, נאר אויך פאר מאנטרעאלער און קאנאדער אידנטום.
אויב אין אמאליקע צייטן איז א ישיבה געווען ניט נאר א בית-אולפנא צו לערנען תורה, נאר אויך א מוסד חינוך, וואו דער תלמיד ווערט דורכגעדרונגען מיט דעם גייסט פון תורה, איז אין אונזערע צייטן נאך וויכטיקער אז נוסף אויף די ידיעות אין תורה ויהדות, זאל זיך דער תלמיד אנזאפן מיט דער ליכטיקייט פון תורת-חיים, נר מצוה ותורה אור, און מיט א געפיל פון מסירות נפש און אחריות פאר דער גייסטיקער ירושה פון אונזער פאלק. דאס איז דער אינערלעכער כאראקטער פון דער ליובאוויטשער ישיבה תומכי-תמימים, און אירע תלמידים צייכנען זיך אויס דערמיט וואס ארויסגייענדיק פון די פיר ווענט פון דער ישיבה, ווייסן זיי אז זיי דארפן זיין "נרות להאיר", צו פארשפריייטן די ליכטיקייט פון תורה און מצוות, אין טאג-טעגלעכן לעבן ארום זיך.
גרויס איז דער זכות פון די עסקנים, אנשי מעשה און אלע אנטיילנעמער אין דעם קאמפיין פאר דער ליובאוויטשער ישיבה אין מאנטרעאל. עס איז ניט גענוג צו העלפן דער ישיבה, אנצוהאלטן איר עקזיסטענץ; מען דארף איר אויך געבן די מעגלעכקייט צו וואקסן און אנטוויקלען זיך, ווי יעדע לעבעדיקע זאך וואס דער סימן פון לעבן איז צו זען אין וואוקס און אנטוויקלונג.
איך האף, אז יעדער איינער וועט טאן מיט דער פאסענדער איבערגעבנהייט און ענערגיע, במילא וועט עס זיכער זיין מיט הצלחה, און וועט ברענגען ברכה והצלחה יעדן איינעם ובני-ביתו שי' אין וואס זיי נויטיקן זיך בגשמיות וברוחניות.
בברכה.