Letter # 3347

ט"ז אדר, ה'תשט"ו

3347 - Congratulations on the engagement of your daughter, may they build an eternal edifice.

The strength of a building lies in its solid foundations, and the material used must be stark and durable, with the outer appearance not being important.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, ט"ז אדר, ה'תשט"ו

ברוקלין, נ.י.

שלום וברכה!

איך האב מיט פארגעניגען באקומען די ידיעה, אז אייער טאכטער מרת... תחי' איז געווארן א כלה. דער אויבערשטער זאל העלפן, אז עס זאל זיין בשעה טובה ומוצלחת, און די יונגע פאר זאל בויען א בנין עדי עד, וואס דאס איז א בנין געבויט אויף די יסודות פון תורה ומצוות, באלויכטן און דורכגעדרונגען מיט דער ליכטיקייט און דעם גייסט פון תורת החסידות.

דער לשון "בנין עדי עד" אין צוזאמענהאנג מיט א שידוך, ווי די חז"ל האבן מדייק געווען, איז ניט א מליצה ווארט, נאר עס האט א טיפע באדייטונג. א בנין שטיצט זיך אויף זיינע יסודות (פאונדיישאנס), און דער גאנצער בנין האלט זיך בלויז דאן ווען די יסודות זיינען פעסטע און ניט ואקלדיקע; דער אויסערלעכער אויסזען און גלאנץ פון די יסודות איז ניט וויכטיק, נאר וויכטיק איז דער מאטעריאל וואס מוז זיין פעסט און שטארק און דויערהאפט אונטער אלע אומשטענדן.

אזוי אויך, און נאכמער, איז מיט דעם גייסטיקן און במילא אויך מיט דעם פיזישן בנין, וואס א יונגע פאר פאלק גייט בויען. א גליקלעכער צוזאמענלעבן, א צופרידענע אידישע היים, בגשמיות וברוחניות, קען זיין נאר דאן ווען די היים איז געבויט אויף די שטארקע און דורות-לאנג אויסגעפרובירטע יסודות פון תורה ומצוות. און אויך דא דארף מען זיך ניט קימערן, ווי עס זעט אויס אין די אויגן פון די וועלכע פארשטייען דאס ניט.

איך ווינש דער יונגער פאר, אז זיי זאלן אננעמען די החלטה צו בויען זייער היים, אויף די אויבנדערמאנטע יסודות פון תורה ומצות. מיט די גוטע מדות און מנהגים פון א חסידישע היים, חסידישע עלטערן און זיידעס, און זאלן דאס דורכפירן אין לעבן, און איר און אייער פרוי שתחי' ווי אויך אייערע חשובע עלטערן שי', זאלן האבן פון זיי דעם אמת אידישן און חסידישן נחת.

בברכת מזל-טוב, מזל-טוב