Letter # 3527

ג' סיון, תשט"ו - הנהלת בית המדרש נוסח האר"י ז"ל

You are asking me to take sides in the discord in your shul.

When civil disagreements escalate to discord and name-calling, both sides share at least part of the fault. Peace is essential, especially in a shul where we seek Hashem's blessings. While I can't decide from afar and hearing only one side, you can work it out. Reflect on Tanya Chapter 41 for guidance.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, ג' סיון, תשט"ו

ברוקלין.

הנהלת בית המדרש נוסח האר"י ז"ל ...
ד' עליהם יחיו

שלום וברכה!

איך האב באקומען אייער בריף פון כ"ד אייר, געשריבען דורך דעם מזכיר מוה' ... אין אויפטראג - לויט ווי ער שרייבט - פון דער הנהלה, ובמענה עליו:

בכלל ווען עס זיינען פראן חילוקי דיעות צווישען צווי צדדים, און עס נעמט אן א פאָרם פון מחלוקת, עפענטליך און מיט שארפע אויסדריקען, איז כמעט שטענדיג זיינע שולדיג ביידע צדדים, אויב אפילו אין פערשידענע מאָסן און אמאל אויך איין צד אין א גאר גרויסער מאס, אבער עפּעס שולד איז פראן אין יעדער צד. זעלבסט פארשטענדליך, אז מיינונגס פערשידענהייט איז א נארמאלע ערשיינונג, ווארום עס איז אין דיעותיהם שוות, אבער ניט אז דאס זאל צובריינגען צו מחלוקת און אין א שארפער פאָרם.

על אחת כמה וכמה, ווען דאס איז פארבונדן מיט א שול וועלכע איז א בית תפלה לו יתברך, וואו אידען קומען דאוונען און אויסבעטען בא השם יתברך, דאס וואס מען נויטיגט זיך בגשמיות וברוחניות, און הקב"ה וואס ער איז דער עצם הטוב, וויל ממלא זיין די בקשות און די תפלות, איז אבער א באדינג, אז אלע מתפללים און אלע דיעה זאגער פון שול, געדיינקען דעם פסק המשנה, לא מצא הקב"ה כלי מחזיק ברכה לישראל אלא השלום, וואס אט דער פסק המשנה, מאכט נאך מער פארשטענדליך, אויף וויפיל מוז הערשען שלום אין א בית הכנסת, אלס צוגאב אויף דעם מוז, פון שלום בכלל.

עס איז שווער אויסצוהערען טענות פון איין צד, און בכלל זייענדיק פון דער ווייטענס, צו ארויסבריינגען החלטות אין אזעלכע ענינים, אבער איך בין זיכער אז בא א גוטען ווילען, דארפמען ניט אנקומען צו החלטות אין דעם פון א אנדער ארט, און עס איז גענוג אז מען זאל זיך צונויפריידין צווישן זיך און געדיינקענדיק דערביי, לויטן אויסשפּראך פון רבנו הזקן אין תניא ריש פרק מ"א, אז הקב"ה מניח העליונים ותחתונים ונצב עליו ומביט עליו ובוחן כליות ולב, וואס דאס מיינט כפשוטו יעדער איינעם פון די פארזאמעלטע, אויך דענסטמאל ווען זיי וועלן באהאנדלען דעם ענין וועגען ועלכען איר שרייבט אין בריף. אלע דארפען זיך אריינטראכטען אין דעם אמת פון דער זאך און נעמען אין אכט, אין דער פולסטער מאס, אז דאס איז א מקום קדוש, וואס דארף ממשיך זיין קדושה ווען מען געפינט זיך דארטען, און אין א גוויסער מאס אויך מיטנעמען אהיים פון אט דער קדושה. און זיכער וועט מען געפינען וועגען אז עס זאל זיין שלום צווישען אלעמען לאורך ימים ושנים טובות, און אז אלע צוזאמען, בלבב שלום, זאלן אויסשפּרייטען די השפעה פון זייער בית המדרש - ווי עס פאסט פאר א שול וועלכעס טראגט אזא נאמען, נוסח האר"י ז"ל, אין דער גאנצער סביבה.

און ספּעציעל זיינען די טעג, הכנה טעג צו מתן תורה, צוגעפּאסט צו דעם וואס ווי דער פסוק דערציילט, האבען אידען באקומען די תורה, דורכדעם וואס ויחן שם ישראל נגד ההר, ויחן לשון יחיד, כולם כאיש אחד.

האפענדיג צו באקומען בקרוב גוטע בשורות אין דעם ענין ובברכה לקבלת התורה בשמחה ובפנימיות.