ב"ה, ד' סיון, תשט"ו
ברוקלין.
מסיבות שבת אשר במאנטרעאל על ידי שרה מינדל תי'[1]
ברכה ושלום!
איך בין געווען צופרידן צו באקומען דיין בריף, א באריכט וועגן די מסיבות שבת און דעם סדר ווי זיי ווערן געפירט. און געוויס אין פארבינדונג מיט דעם אנקומענדען יום טוב שבועות זמן מתן תורתנו - האט מען ספּעציעל גערעט בא די מסיבות שבת, אין די שבתים פון פאר שבועות, צוגרייטען די קינדער צו דעם יום טוב שבועות, און ווי רבותינו זכרונם לברכה דערציילן אונז, אז ווען השם יתברך ויתעלה, האט געגעבען די תורה צו אלע אידן, האט ער אלס ערשטן באדינג, געפאדערט אז אידישע קינדער זאלן ערצויגן ווערען אין דעם דרך התורה, וואס אט די פארזיכערונג האט געמאכט דעם צושטאנדקומען פון געבן די תורה צו אלע אידען.
און אזוי אויך איז אין יעדער דור, אז דאס וואס אידישע קינדער ווערען ערצויגען ווי די תורה הקדושה ווייזט אן, שטארקט דאס יעדער אידען אין אלע לענדער וואו זיי געפינען זיך, און דאס בריינגט די ברכות פון השם יתברך אין דעם וואס מען נויטיגט זיך.
און אט דער געדאנק דארף ארויסרופען נאך מער כחות בא יעדערע פון אייך - בתוך כלל ילדי ישראל, ד' עליהם יחיו, צו גיין אין דעם דרך התורה והמצוה מיט פארשטארקטע כחות, און צוציהען צו זיך אלע אידישע קינדער, וועלכע עס איז נאר מעגליך צו גרייכען - אז אויך זיי זאלען וויסען אז זיי זיינען קינדער פון אברהם יצחק ויעקב, און אויך זיי נעמען אן די תורה פון השם יתברך נותן התורה - וועלכער היט זיי און בענטשט זיי בגשמיות וברוחניות.
בברכה צו א פרייליכען יום טוב שבועות זמן מתן תורתנו.