ב"ה, כ' סיון, תשט"ו
ברוקלין.
אגודת נשי ובנות חב"ד
סניף טאראנטא
ד' עליהן תחיינה
ברכה ושלום!
דורך הרה"ג והרה"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ רב פעלים לד' ולתורתו וכו' מוה"ר דוב יהודא שי' שחט, האב איך ערהאלטען א טשעק אויף $1200 לטובת די יונגע יתומים ... שיחיו, אויף צו פארניצען אויף א פּאסענדען אופן אין די פּאסענדע צייטען, און בייגעלייגט איז דא א קבלה פון מחנה ישראל, וועלכע באשעפטיגט זיך מיט אזעלכע ענליכע ענינים.
די עצם זאך אליין, נדבת לבן הט' צו זאמלען דעם סכום פאר די יתומים, צייגט, אז עס איז איבעריג צו ערקלערין דעם גרויסען ערך פון דעם ענין צו העלפען יתומים בכלל ובפרט העלפען יתומים וועלכע געפינען זיך אין אהלה של תורה, און באקומען א חינוך על טהרת הקדש, און גייען אין דעם וועג פון תורה און מצוה, וואס בעזרת השי"ת וועלען זיי אזוי אויך איינארדנען זייער לעבען.
איך וויל נאר דא אונטערשטרייכן דעם ווארט פון רבנו הזקן בעל התניא והשו"ע, וואס ער שרייבט וועגען דער מעלה פון צדקה בכלל, אז די געלט וועלכע מען גיט אוועק אויף צדקה - דערהויבט דאס די איבעריגע אייגענטום אז דאס גאנצע זאל זיין א מכון לשבתו ית'.
וואס פון דעם איז פארשטענדליך, אז דארט וואו עס געפינט זיך השם יתברך, וועלכער איז עצם הטוב, וועט זיין דורכאויס טוב וחסד. אין אנדערע ווערטער, אז די גאנצע געלט וועט פארנוצט ווערען נאר אויף געזונטע און פרייליכע זאכן.
און ספּעציעל ווען עס האנדעלט זיך - העלפען שטעלען זיך אויף די פיס יונגע יתומים, וואס יעדער פון זיי וועט זיינער צייט בויען א הויז בישראל בנין עדי עד, איז די אלע באטייליגטע אין דער יעצטיגער הילף, באקומען אויך א חלק אין דעם בנין עדי עד, וואס צדקתם עומדת לעד.
ומדתו של הקב"ה מדה כנגד מדה, צו ממשיך זיין יעדערער פון די איינטייל נעמער אין דעם - מענער און פרויען - ברכה והצלחה אין די ענינים הפרטים. און אז איר זאלט קענען געזונטערהייט און מיט פרייליכע הערצער פארטזעצען און פארגרעסערען אייער ארבעט אין די ענינים פון תורה ומצוה, וואס זיי און זייער שכר זיינען נצחיים וקיימים לעד.
בברכה לכל אחת ואחת - הן וב"ב שיחיו,
מ. שניאורסאהן