ב"ה, י"ח תשרי, תשט"ז
ברוקלין.
מתפללי בית הכנסת לאמבארד סטר. בעיר דובלין, ובראשם הגבאי מר צבי מאזלין
ד' עליהם יחיו
שלום וברכה!
דורך הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה שלום מענדל שי' שו"ב קלמנסן, איז מיר אנגעקומען די גוטע בשורה, אז אין אייער שוהל ווערט אנגעהאלטען די תקנת קדמונים צו זאגען יעדער טאג אין דער פריה נאכן דאוונען דעם יום תהלים - ווי דער תהלים ווערט פארטיילט אויף די טעג פון חדש -.
ואשרי חלקם, און די גרויסקייט פון דעם זכות איז גאר ניט גענוג ווערטער צו ערקלערין ווי עס ווערט ערקלערט אין פילע ספרים און אויך אין די בריף פון כ"ק אדמו"ר (מוהריי"ץ) זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע וועלכעס א טייל פון די בריף זיינען געדרוקט צום סוף פון דעם תהלים אהל יוסף יצחק.
און אלס מתנה שיקען מיר אייך 10 תהלים אהל יוסף יצחק אין א באזונדער פאקעט, און זיכער וועט איר באשטעטיגען די ערהאלטונג.
בברכה אז איר זאלט גיין מחיל אל חיל וביתם יהי' בית תפלה אמיתי כרצונו יתברך ויתעלה.
בכבוד הראוי,
המזכיר