Letter # 3864

ח' מ"ח, תשט"ז

3864 - It is of utmost importance to ensure that the Tefillin are kosher, and put on daily.

While Hashem desires mitzvos to be done by choice, don't delay due to a lack of understanding, similar to taking prescribed medicine; the longer you wait, the worse the situation becomes.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, ח' מ"ח, תשט"ז

ברוקלין.

ברכה ושלום!

במענה על מכתבה ממוצש"ק ברכה:

זיכער האט [איר] צייטיג באקומען א ענטפער אויף אייער פראגע אין אייער פריערדיקען בריף.

און וואס איר שרייבט וועגען אייער ברודער שי', די סיבה פארוואס איר האט ניט געענטפערט אויף מיין שרייבען, אז מען זאל בודק זיין די תפילין זיינע, זעלבסט פארשטענדליך אז די סיבה פארשטארקט די הצעה אז מען זאל וואס פריער בודק זיין די תפילין, איבערהויפּט די פרשיות אז זיי זאלען זיין זיכער כשר'ה און טאן דאס וואס פריער, און זעלבסט פארשטענדליך אז עס איז דורכאויס נויטיג אז ער זאל זיי יעדער וואכען טאג אנטאן אויף א עטליכע מינוט ווייניגסטען.

השם יתברך האט געוואלט אז א איד זאל מקיים זיין מצות מיט זיין אייגענעם אויסוואהל (בבחירתו) ניט געצוואונגענער, און אזוי אויך איז בנוגע אייער ברודער, מען דארף עם אבער מסביר זיין, אז ווען מען שרייבט צו א קראנקען א רפואה, האט ניט קיין ארט אין שכל, אז מען זאל ווארטען ביז מען וועט זיך פריער אויסלערנען חכמת הרפואה, און עטליכע יאר ארום ווערען א דאקטאר און פארשטיין ווי די רפואה ווירקט, און דענסטמאל וועט ער נעמען די רפואה, און בפרט אז וואס מער מען לייגט אפּ דאס ניצען די רפואה, ווערט מען אלץ ווייטער פון געזונט ווערען, און במילא אויך פון פארשטיין זאכען ווי זיי זיינען אין דער ווירקליכקייט אין זייער אמת, און השם יתברך זאל מצליח זיין, אז איר און אייערע פריינד זאלען געפינען די פּאסענדע ווערטער ווי צו אוועקשטעלען עם אויף דעם וועג וועלכער איז גוט פאר עם סיי בגשמיות און סיי ברוחניות.

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
מזכיר