ב"ה, ח' כסלו, תשט"ז
ברוקלין.
הוו"ח אי"א נו"נ כו' מו"ה מרדכי שי'[1]
שלום וברכה!
איך בין צופרידען צו באקומען פון צייט צו צייט ידיעות פון אנ"ש פון פאריז וועגען אייער הילף, התעסקות און השתדלות בנוגע די תלמוד תורה'ס ליובאוויטש אין פאריז, וואס זייער אויפגאבע איז צו מחנך זיין די אידישע זין און טעכטער אין א אופן וואס זאל זיי נעהענטער מאכען צו אונזער פאטער אין הימעל. און עס איז באוואוסט דער ווארט פון בעל שם טוב, וועלכעס מיר האבען מערערע מאל געהערט פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר, אז די ליבשאפט פון השם יתברך צו יעדער אידען, מאן און פרוי יונג אדער אלט, איז ניט בערך מער ווי די ליבשאפט פון עלטערן צו זייער א בן יחיד וועלכעס איז געבארן געווארן בא זיי אויף דער עלטער.
וואס פון דעם איז אויך פארשטענדליך דער גרויסער זכות וואס עס האט יעדערער וואס איז זיך עוסק אין די ענינים, און די גרויסקייט פון דעם שכר פון השם יתברך אין [...] וואס מען באדארף פאר זיך און פאר די בני בית, און דעריבער האף איך אז דאס ליינען פון אייער פ"נ אויף דעם ציון הק' פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, און ער וועט מעורר רחמים רבים זיין אין דעם און ספּעציעל אין דער בעסערונג פון אייער פרוי'ס געזונט תחי', און דאס וועט אויך צוגעבען אין אייער התעסקות צו פארשטארקען אידישקייט בכלל און דורך חינוך הכשר בפרט מתוך שמחה.
בברכה לבשר טוב בכל האמור.