Letter # 3949

י"ב כסלו, תשט"ז - אגודת נשי ובנות חב"ד

3949 - It is very important to attract parents of children in school or private education.

I was happy to read that you have expanded your reach of influence to attract women, especially young women who are beginning to build their homes, to set up a true Jewish home.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, י"ב כסלו, תשט"ז

ברוקלין.

אגודת נשי ובנות חב"ד סניף צרפת
ד' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

באשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף פון ה' כסלו, נאך א לאנגען איבעררייס, וואס אויך אין דעם בריף, איז ניטא אויף דעם קיין ערקלערנוג, ויהי רצון אז פון היינט און ווייטער זאל מען שרייבען אפטער און דער עיקר אז דאס זאל זיין מיט גוטע בשורות.

איך בין געווען צופרידען צו ליינען וועגען ארבעט אין פארלויף פון פאריגען זומער, און דער עיקר וואס מען האט זיך ניט באגרעניצט אין דעם אייגענעם איינגען קרייז, נאר האבען געזעהען צו אויפטאן און פארשפּרייטען די ארבעט אין א ברייטערען און א ווייטערען קרייז, און האבען צוגעצויגען נאך פרויען, און געוויס וועט איר אויך ווייטער פארזעצען אייער ארבעט אין דער ריכטונג צוציהען מער פרויען אין אייער איינפלוס קרייז און בפרט אינגערע פרויען וואס האבען ערשט אנגעהויבען צו בויען זייער צוקונפטיגע הויז אדער זיי דארפן ערשט אנהויבען צו בויען אידישע הייזער, אז זיי זאלען זיך אוועקשטעלען ריכטיג ווי אידישע טעכטער דארפען בויען הייזער איצטער און מיט דער צייט אויך דורות בא אידען.

באזונדערס בין איך געווען צופרידען פון דעם וואס איר רעכינט צו שטעלען זיך אין פארבינדונג מיט די עלטערן פון די קינדער וועלכע לערנען אין די תלמוד תורה'ס אדער פּריוואט, וואס דאס איז דאפּעלט וויכטיג פאר די תלמידים פון די תלמוד תורה'ס און פּריוואט מלמדים, און אויך מאכען נעהענטער די עלטערען צו די ענינים וואס עס ווערט געלערנט מיט זייערע קינדער, און דורך דעם פארשטארקען אויך דעם חינוך פון די קינדער. און איך האב געבעטען דער לשכה אין פּאריז צו געבען א סובסידיע ספּעציעל פאר דער ארבעט, 15 טויזענט פראנק.

עס וואלט געווען גלייך צו שרייבען אפטער וועגען אייער ארבעט אין די צייטונג, וואס דאס העלפט צוציהען נאך חבירות און פארשטארקט אויך די וועלכע זיינען שוין באטייליטג אין דער ארבעט.

בברכה לבשורות טובות בכל הנ"ל.

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
מזכיר