Letter # 3967

ט"ז כסלו, תשט"ז

3967 - We start the day by being grateful and thankful. This sets the tone for the entire day.

While in this world, no one has everything they would like, there is plenty to thank Hashem for. From what I know, in your situation especially, I think you should appreciate all the blessings of your children, your husband, etc., considering what goes on in other homes.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, ט"ז כסלו, תשט"ז

ברוקלין.

ברכה ושלום!

איך האב באקומען אייער בריף פון כ"ח חשון, און צוליב די פילע טרדות האט זיך אפּגעהאלטען דער ענטפער ביז איצטער.

בהנוגע צו דעם אינהאלט פון אייער בריף: לויט ווי מיר זיינען אנגעזאגט געווארען, אז יעדער איד הייבט אן זיין טאג, מיט די ווערטער, "מודה אני לפניך מלך כו'", איז ניט נאר דער מיין דעם אנהויב פון טאג, נאר דאס גיט דעם טאן און דארף דורכנעמען די פּאסירונגען פון דעם גאנצען מעת לעת, און אז די תורה וועלכעס איז א תורת חיים, פאדערט דאס פון יעדערען פון אונז, איז דאך זיכער, אז עס איז פראן[1] וואס צו דאנקען השם יתברך, יעדער טאג, אן אויסנאם. און דעריבער וואונדערט מיר אויף דעם טאן פון אייער בריף, זייענדיק זיכער אז מערערע מאל האט זיך איר אריינגעטראכט אין די ווערטער פון מודה אני, און אין די פערשידענע זאַצען וואו דער געדאנק ווערט ווידערהאלט אין די תפלות און ברכות אין פארלויף פון טאג.

עס איז פארשטענדליך, אז קיינער האט ניט אלץ וואס ער וויל, אפילו ניט דאס אלץ וואס ער וויל מצד דעם יצר טוב, ווארום דאס איז דער גאנצער אופן אויסשטעל פון עולם הזה, און בפרט זינט מען געפינט זיך אין גלות, ביז עס וועט קומען משיח צדקנו און עס וועט זיין די גאולה האמיתית, איז ניטא קיין דורכאויס גאנצקייט, און קיינער האט ניט זיין גאנצע הארץ פארלאנגונגען, און דאך האט מען אונז אנגעזאגט צו זאגען "מודה אני לפניך כו'", און נאך מער איז די פאדערונג, אז דאס זאל געזאגט ווערען, מיט שמחה.

און ניט נאר דער זאגען מודה אני דארף זיין בשמחה, נאר דער גאנצער מעת לעת מיט אלע זיינע פּאסירונגען דארפען זיין בשמחה, ווארום אויף זיי אלע איז דער צוזאג פון עבדו את ה' בשמחה, און ווי עס ווערט ערקלערט אין מערערע ערטער, אז דינען השם יתברך דארפמען ניט נאר מיט דאוונען, לערנען תורה און געבען צדקה, נאר אויך מען קען און מען דארף דינען השם יתברך אויך מיטן עסען, טרינקען, טוענדיק פערשידענע ארבעט, און אויך הויז ארבעט איינגעשלאסען.

והנה, צו דעם אלעם וואלטן געדארפט אנקומען, ווען עס וואלט זיך האנדלען וועגען אן אנדערען, אבער ווען עס רעט זיך וועגען אייך, איז ווען איר אליין טראכט זיך אריין אין די ענינים וואס איר שרייבט, אריינקוקענדיק אין דעם און זעהענדיק דעם רעכטען זייט אין דעם, קומט ארויס דענסטמאל גאר אן אנדער חשבון, און, לויט מיין מיינונג, איז דאס טאקע דער ריכטיגער חשבון, נעמליך:

השם יתברך האט אייך באשאנקען מיט פיינע קינדער, און ניט קוקענדיק אויף דעם וואס איר געפינט זיך אין נויארק, וואס נאר א קליינער פּראצענט פון אידישע קינדער באקומען א תורה חינוך, האט השם יתברך אייך באגליקט אז אייערע קינדער באקומען ניט נאר א סתם תורה חינוך, נאר אויך א חסידישען חינוך אין א ישיבה וועלכע איז געגרינדעט דורך נשיאי ישראל, און ניט קוקענדיג אויף דעם וואס - ווי איר שרייבט - אז אייער מאן כו', האט ער דאך ניט נאר ניט געשטערט צו אזא חינוך, נאר אין געגען טייל, ער העלפט נאך, אויב אפילו ניט אין אזא מאס ווי אייך דאכט זיך, אז ער האט געדארפט העלפען, און ניט קוקענדיג אויף דעם וואס אייער מאן איז א ביזנעס מאן אין נויארק, און ליידער ווייסט מען ווי בא דער מערהייט פון זיי גייט אדורך א שבת און יום טוב, און אין וואס זיי פארבריינגען זייער פרייע צייט, אין די נאכט קלובען א.א.וו. האט השי"ת אייך מצליח געוועון, אז אייער מאן איז מקדיש א טייל פון זיין צייט פאר צרכי צבור בני ישראל, און זעלבסט פארשטענדליך שלא על מנת לקבל פרס. און אזוי קענט איר נאך פארטזעצען דעם חשבון פון דער גוטער זייט, וואס זיכער ווייסט איר פון מערערע איינצעלהייטען, וואס איך ווייס זיי ניט, און מאכענדיק אזוי ארום דעם סך הכל, וועט איר שוין אליין זעהן וואס עס קומט ארויס.

און השם יתברך זאל אייך באגליקען, אז פון איצטער און ווייטער זאלט איר קוקען נאר מיט א גוטער אויג אויף אייער מאן און אויף אייערע קינדער - שיחיו - און אויף דער גאנצער סביבה, וואס דענסטמאל וועט איר אליין זעהען אויף וויפיל מען קען זיין צופרידען און דאנקען השם יתברך מיטן פולען הארצען פאר די חסדים אין דער פארגאנגענהייט, און פאר די חסדים - און נאך א גרעסערער מאס - אין דער צוקונפט.

בברכה לבשורות טובות תמיד כל הימים.

  1. 1 פאראן