Letter # 3988

ד' דחנוכה, תשט"ז

3988 - Always remember you're in Montreal to be a living example of a Tomchei Temimim student.

Not just during prayer and study, and not only through meticulous adherence to the sedarim schedule but also in the intervals between. Chasidus teaches that true servitude to Hashem is evident even in one's sleep.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, ד' דחנוכה, תשט"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען דיין בריף, אין וועלכע דו שרייבסט וועגען דיינע סדרים פון לערנען סיי אין נגלה און סיי אין חסידות, און געוויס ביזט דו מקיים דעם פסק תורתנו הק' אז מעלין בקדש, און אז מען טוט אין דעם און מען הארעוועט אויף דעם, ווערט מקיים דער פסק, יגעת ומצאת.

און געוויס איז חקוק בא דיר די נקודה, אז דער פארען אין מאנטרעאל איז אויף צו זיין א לעבעדיגער באווייז, ווי א תלמיד פון תומכי תמימים דארף זיין, און דער באווייז דארף ניט זיין נאר אין דער צייט פון לערנען און דאוונען און אפּהיטען די סדרים פון דער ישיבה בדיוק, נאר אויך צו דינען אלס סעמפּעל און לעבעדיגער באווייז ווי מען דארף זיך אויפפירען, אין די צווישען צייט פון לערנען און דאוונען, ווי עס ווערט ערקלערט אין חסידות א עבד ווי ער דינט זיין אדון, אפילו ווען דער אדון איז ניט מער ווי א בשר ודם, על אחת כמה וכמה פעמים ככה ווען דער אדון איז דאס מלך מלכי המלכים הקב"ה, אז עס דארף זיין קענטיג די עבדות א גאנצן טאג און אפילו אין שלאף.

און אויך אויף דעם איז געזאגט געווארען דער פסק רז"ל, יגעת ומצאת, ואין לך דבר העומד בפני הרצון.

בברכה להצלחה בתלמוד תורה ביראת שמים לקיום המצות בהידור ועבודת התפלה ביחוד.