Letter # 4221

יו"ד ניסן, תשט"ז

4221 - Discussion on Mishandling of a Sefer Torah, and Dealing with Wine he Served.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, יו"ד ניסן, תשט"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

במענה על מכתבו מכ"ח אדר.

בנוגע דעם פעקעל אין וועלכען עס איז געלעגען א ספר תורה, על פי רוב אין אזעלכע פאלען, פאקט מען עס איין פאנאנדערגענומענערהייט וואס דענסטמאל איז דער דין פיל לייכטער, בנוגע דעם אומטראגען. אבער דער עיקר אין אייער פאל, וויבאלד אז עס איז געלעגען כלי בתוך כלי ומן הסתם נאך מער ווי צוויי כלים, און דער עיקר וויבאלד מען מעג דאס שיקען אזוי מעג מען דאס אויך באהאנדלען אזוי, און דעריבער איז ניטא וואס איבערצוקלערען. נאר צוליב הידור בעלמא, וואלט געווען גלייך אז איר זאלט מנדב זיין פון אייערע געלט, א מענטעל און א מפה צו דעם ספר תורה, און אויך דעם מאל תענית בה"ב, אבער נאר ביז חצות, און געבען דמי תענית אויף צדקה.

ב) בהנוגע וועגען דער פלעשל וויין בא דער חתונה. - איז א חוץ דעם וואס דער גאנצער ענין, וועגען וועלכען איר שרייבט, איז בספק, איז דאס ניט דער אופן פון בתרי עברי נהרא, נוסף אויף דעם וואס דאס איז מדרבנן. און ווי געזאגט אויבען בנוגע ליתר שאת ולהידור, זאלט איר געבען אויף צדקה דאס ווערט פון 73 סעודות. זעלבסט פארשטענדליך, אז דאס דארפמען ניט געבען מיט איין מאל, און קענט דאס טאן ביז קומענדען ראש השנה הבע"ל...

בעת רצון וועט מען מזכיר זיין די קרובים וועגען וועלכע איר שרייבט אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, ומובן גם אותו.

בברכת חג פסח כשר ושמח ופ"ש הוריו שי'