Letter # 4911

ז' כסלו, תשי"ז

4911

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, ז' כסלו, תשי"ז

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ
מו"ה שמואל בצלאל שי'[1]

שלום וברכה!

נאך א ליינגערען איבעררייס איז סוכ"ס אנגעקומען א בריף פון אייך פון כ"ט חשון, און לויט אייער ביז יעצטיגען מנהג, איז אויך אין דעם בריף שרייבט איר ניט ווי זיינען אדורך די טעג פון חדש תשרי, און בפרט בהנוגע צו דער פארשטארקונג און אויסברייטערונג פון די מוסדות חב"ד אין מעלבורן, הצלחת ה' עליהם.

וואס איר שרייבט בנוגע צו דער בית רבקה[2] און דעם חשש אז עס זאל ניט פאלען צו לאסט אויף דער ישיבה, - איז קענטיג פון דעם, אז איר, און ליידער א גרויסער טייל פון אנ"ש שי' האבען זיך ניט אריינגעטראכט לע"ע אין די רייד פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וועלכע זיינען געזאגט געווארען מערערע מאל, און וועלכע זיינען טיילוואייז קאפירט און אויך געדרוקט בהנוגע די לעבענס וויכטיקייט פון חינוך הבנות, אידישער חינוך בכלל און חינוך חסידותי ביחוד, וואס אזוי ווי אויף חינוך הבנים האבען חסידים ואנ"ש זיך מוסר נפש געווען, אז ניט נאר עס זאל זיין א אידישער חינוך בכלל, נאר דוקא א חסידישער חינוך, און דער חילוק אין דעם - צווישען סתם חינוך און חסידישן חינוך - איז אייך און די אלע וועלכע קומען פון מדינתנו לפנים, דארפמען ניט ערקלערען, ווארום איר אלע האט דאך אליין געזעהען, אויף וויפיל עס איז נוגע אפילו צו עיקרי הדת, אזוי אויך איז דער חילוק בהנוגע צו חינוך הבנות, און אפשר נאך אביסעל מער נעמענדיק אין חשבון, אז די מיידעלע ווע[ן] זי [ווע]ט אויפוואקסען וועט זי דאס זיין די עקרת הבית און מיט דער צייט די מאמע פון קינדער, וועמענס חינוך עס וועט זיין תלוי אין דעם גרעסטען טייל פון איר.

קוקענדיג אויף דער גאנצער פראגע פון דער נקודה שטאנדפונקט, ווערט דענסטמאל אנדערש געשטעלט די שאלה, אז עס בלייבט ניט קיין ארט פאר קיין ספק, צי עס דארף זיין א בית רבקה אדער ניט, ח"ו, אזוי ווי עס איז ניט קיין ספק אין דעם, צי עס דארף זיין א חסידישער מוסד פאר אינגלעך אדער ניט ח"ו, דער ספק באשטייט נאר אין דעם, ווי שטעלט מען איין די הכנסה אז עס זאל זיין א חי נושא את עצמו, און גראדע אין דעם איז דער מצב א בעסערער איידער די אהלי יוסף יצחק, וואס בעת זיי זיינען געגרינדעט געווארען זיינען דאך געווען פילע בתי ספר יהודים לנערים, און בהנוגע צו בית רבקה, איז לויט די ידיעות וואס איך האב געהערט דא פון משפחת פייגלין, איז די קאנקורענץ אין דעם זייער א שוואכע, און דער צייטווייליגער דעפיציט, וועגען וועלכען איר שרייבט, איז דאס מן הסתם באזירט, ניט אויף דער שוואכקייט פון דער אידעייע פון בית רבקה, נאר אויף דער אנדערשקייט פון דער באציהונג פון אנ"ש צו דער פראגע איידער צו [די] פראגע פון אהלי יוסף יצחק, במילא פעלט אין דער אריינטראכטונג און אריינקוקען טיפער אין דעם ענין, און אין דער אנשטריינגונג צו פארשטארקען און אויסברייטערען וכו'.

זעלבסט פארשטענדליך אז עס האט קיין שום גרונד צו קפידא ח"ו וועגען וועלכעס איר דערמאנט אין ענדע פון אייער בריף, ואדרבה וואס מער בפרטיות מען שרייבט וועגען דעם מצב דארט און פון וואס מערערע מענשען מיט פערשידענע השקפות, ווערט אלץ מער קלערער דא דעם בילד פון דעם ענין, און דער קומען צו א מסקנא, אבער אין דער עצם זאך, דער עקזיסטענץ פון א בית רבקה איז א דבר הכרחי, און עס איז נאר נוגע צו איינשטעלען די ענינים אין דעם בעסטען מעגליכען אופן.

דרך אגב, וויל איך אויפמערקזאם מאכען נאך א זאך, אז דוקא דורך דער בית רבקה האבען אנ"ש א באזונדער געלעגנייהט אריינציהען אין דעם פרויען פון פערשידענע קרייזען אין סביבת אנ"ש, אפילו אזעלכע וועלכע זיינען פארלויפיג גאר גאר ווייט פון דעם, און וואס דורך אהלי יוסף יצחק לאזט זיך ניט דאס צו דערגרייכען, דאס ווענדעט זיך אבער אן צו געפינען די פאסענדע אופנים ווי צו אריינציהען זיי. און נאך וויל איך באמערקען, אז לויט די פראקטיקע דא, נעמענדיק אין אכט די קלענערע הוצאות פאר חינוך הבנות, איז די בית רבקה קען זיין נאך פריער, א חי נושא את עצמו, איידער אהלי יוסף יצחק.

זיכער מאכט מען די נויטיגע הכנות ווי צו אויסניצען די טעג פון חדש כסלו, און בפרט י"ט כסלו און חנוכה הבע"ל בנוגע צו עניני חב"ד און מוסדות חב"ד, ויהי רצון שיהי' בהצלחה מופלגה.

בברכה לבשו"ט בענינים הכללים ובעניניו הפרטים.

  1. 1 אלטהויז, מלבורן
  2. 2 כשהי' ר' משה זלמן פייגילין אצל אדמו"ר בתשט"ז מסופר בחבדפדיה בשנת תשט"ז הגיע לביקור אצל הרבי. הרבי אף קם לכבודו, והורה שיעשו לו קבלת פנים מיוחדת בה השתתפו חברי אגו"ח, מזכיר הרבי הרב חדוקוב, ועוד[3]. במהלך התוועדות בעת הביקור הרבי הורה על פתיחת "בית רבקה" מוסד חבד"י לבנות באוסטרליה[4]. ובמכתב 4950 הרבי כותב איליו אודות בית רבקה