Letter # 4914

ח' כסלו, תשי"ז - אל אחינו בני ישראל חובבי ומוקירי תורה ומצוה

4914

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, ח' כסלו, תשי"ז

ברוקלין, נ. י.

אל אחינו בני ישראל חובבי ומוקירי תורה ומצוה
ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

אין צוזאמענהאנג מיט דער פארקומענדער יערלערכער פייערונג פון מרכז הישיבות "תומכי-תמימים" ליובאוויטש, זונטאג י"ב טבת הבע"ל.

שיק איך מיין באגריסונג און ברכה צו אלע עסקני הישיבה, מיט-העלפער און אנטיילנעמער אין דער צוגרייטונגס ארבעט פאר דער פייערונג.

די דאזיגע יערלעכע אונטערנעמונג שטעלט מיט זיך פאר, ווי באקאנט, א וויכטיגע פינאנציעלע אונטערשטיצונג פאר די ליובאוויטשער ישיבות. זי דארף שאפן א באדייטענדע הילף אויף אן ארט, געווינען נייע פריינד און עסקנים פאר די ליובאוויטשער ישיבות, און בכלל שאפן דעם נויטיגען קלימאט פאר זייער אנטוויקלונג און אויסבריטערונג.

עס איז דעריבער גאנץ פארשטענדלעך, אז וויפל מי און אנשטרענגונג מען לעגט אריין אין די צוגרייטונגען פאר דער יערלעכער אונטערנעמונג, קען ניט זיין צופיל, און וואס גרעסער די מי אלץ גרעסער איז דער זכות.

באזונדערס גרויס איז דער זכות, ווי אויך די אחריות, פון די ראשי העסקנים, די וועלכע דארפן געבן דעם טאן און ווייזן דעם וועג פאר אנדערע, וואס אין אזא פאל האבן די חז"ל געזאגט מצוה לפרסם, כדי אז אויך אנדערע זאלן באאיינפלוסט ווערן אין דעם גייסט.

איך האף אז יעדער איינער וועט אנערקענען דעם גרויסן זכות און דעם הייליקן חוב צו העלפן פארזיכערן דעם קיום און די אויסברייטונג פון מרכז הישיבות תומכי-תמימים ליובאוויטש און וועט דאס דערפילן אויף דעם בעסטן אופן. בזכות זה וועט יעדער איינער, מיט זיינע בני-בית, זוכה זיין צו די ג-טלעכע ברכות וואס כ"ק רבותינו הקדושים בעטן אויס און זיינען ממשיך פאר די שטיצער פון די ישיבות וואס זיי האבן געגרינדעט און אנגעפירט מיט מסירות נפש ממש.

בברכת הצלחה בכל הנ"ל ובכל המצטרך בגשמיות וברוחניות,

מנחם שניאורסאהן