ב"ה, ח' כסלו, תשי"ז
ברוקלין.
הוו"ח אי"א נו"נ כו' מו"ה חיים אבא שי'[1]
שלום וברכה!
זיינער צייט איז מיר אנגעקומען אייער ידיעה אז איר האט זיך איינגעארדענט אלס שוחט עופות און אויך צו לערנען מיט קינדער און צו זיין מנהיג רוחני בבית הכנסת, און השם יתברך זאל העלפען איר זאלט מצליח זיין אין דאס אלץ אויבען דערמאנטע בהרמת קרן ישראל סבא דורך החזקת היהדות והפצתה, און האפענטליך האט איר אויסגעניצט אין דער ריכטונג דעם חדש תשרי און בפרט די צייטען פון די ימים טובים.
דאס וואס איר שרייבט אז זיי זיינען פראסטע קאלאניסטען, איז דאך באוואוסט דער ווארט פון בעל שם טוב וועלכען מיר האבען געהערט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, אז די פשיטות פון א איש פשוט רירט אן אין פשיטות העצמות, ובלשון הגמרא כל דפשיט מעלי טפי.
איך האף אז אויך צו דעם ראש השנה לחסידות הוא יום הבהיר חג הגאולה י"ט כסלו הבע"ל, וועט איר זיך צוגרייטען אויף א פאסענדען אופן אום צו אויסניצען דאס פאר הפצת המעינות חוצה עניני חסידות הדרכותי' ומנהגי', און השי"ת זאל אייך מצליח זיין אויך אין דעם בהצלחה מופלגה, און ווי דער סיפור הידוע פון אדמו"ר האמצעי, אז בגלל המסירת נפש הלזו (של אדמו"ר הזקן) על תורת החסידות, פסקו בבית דין של מעלה, אשר בכל ענין של תורה יראת שמים ומדות טובות תהי' יד מקושריו והולכי בעקבותיו על העליונה.
בברכת הצלחה.