Letter # 5093

ר"ח שבט, ה'תשי"ז - חיים שי' המכונה ד"ר שאשקעס

The Impact of a Jew Wherever They Travel

The Rebbe thanks Dr. Shashkes for his books and their meeting, emphasizing that a Jew must bring light wherever they go. He highlights the divine purpose of Jewish dispersion—to elevate their surroundings spiritually—and encourages utilizing every opportunity to spread warmth and holiness, trusting that Hashgacha Pratis provides the means to do so.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, ר"ח שבט, ה'תשי"ז

ברוקלין, נ. י.

לכבוד מר חיים שי' המכונה ד"ר שאשקעס

שלום וברכה!

אייערע צווי ביכער, "אומבאקאנטע לענדער" און "יור ווארלד ענד מיין", האב איך דאנקענד ערהאלטן. איך האף, אז מיט דער צייט וועט איר אויך צושיקן אייערע אנדערע ביכער, און איך דאנק אייך פאר אייער אויפמערקזאמקייט.

בא דער געלעגנהייט וויל איך אויסדריקן מיין צופרידנקייט צו האבן געהאט די מעגלעכקייט צו באקענען זיך מיט אייך פערזענלעך און צו האבן א שמועס מיט אייך.

לויט דעם באקאנטן ווארט, אז ווען צוויי אידן באגעגענען זיך דארף דערפון ארויסקומען א טובה ניט נאר פאר די צווי, נאר אויך פאר א דריטן אידן. האף איך, אז דאס וועט זיין אזוי אויך אין אונזער פאל. און אזוי ווי איר זייט א וועלט-רייזנדער, איז צו האפן אז די טובה וועט זיך אריבערטראגן צו פיל פון אחינו בני ישראל אין פארשידענע טיילן פון דער וועלט.

דערביי וויל איך זיך פאררופן אויף דעם באקאנטן מאמר חז"ל, צדקה עשה הקב"ה עם ישראל שפזרן, וואס אין דעם דריקט זיך אויך אויס די מיינונג, אז דער תכלית פון אידן, סיי דעם פרט און סיי דעם כלל, איז זיך ניט צו באגרענעצן צו טאן פאר זיך אליין, נאר עס זאל זיין עינו טובה בשל אחרים, ביז עס וועט דערפילט ווערן דער ענטגילטיקער צוועק און תכלית - לתקן עולם במלכות ש-ד-י, ווען - אהפוך אל עמים שפה ברורה לעבדו כולם שכם אחד. און דאס איז אייגנטלעך די אינערלעכע כוונה פון דעם גלות, וואס איז ניט בלויז אן ענין פון כיפור עוונות (ומפני חטאינו), נאר, ווי אין אלע ג-טלעכע ענינים, וואס זיי אנטהאלטן א טוב פנימי, ברענגט די צעשפרייטונג א טובה פאר זיך און פאר דער סביבה, וואס זייענדיק אויף אן ארט, קען א איד מער אויפטאן ווי פון דערווייטן, און ס'איז ניט אפצושאצן וואס אפילו איין איד קען אויפטאן פאר דער גאנצער סביבה, גאנצער שטאט און אפילו גאנצער מדינה. ס'איז ניט נוגע אז מ'מוז דוקא זיין א לאנגע צייט אויף אן ארט אויף דורכצופירן די ג-טלעכע שליחות, נאר גאנץ אפט קען מען דאס טאן "מיט איין קער" (בשעתא חדא וברגעא חדא), אבי מ'טוט עס מיט אידישער ווארימקייט און ליכטיקייט, וואס דאס איז איינע פון די יסודות'דיקע הדרכות פון חסידות.

איך ווינש אייך דעריבער, אז אייערע נסיעות, וואס זייער אויסערלעכער צוועק זאל ניט זיין, זאלן באצוועקן דעם אויבנדערמאנטן געדאנק, אז א איד, וואו ער איז און וואו ער קומט, דארף ער ליכטיק מאכן דעם ארום און מיטהעלפן דעם זיג פון דאס גייסטיקע איבער דאס מאטעריעלע (הגברת הצורה על החומר), ווי אונזער תורה הקדושה דעפינירט דאס. און אז מ'וויל מיט אן אמת שטעלט שוין די השגחה עליונה צו די מעגלעכקייטן און געלעגנהייטן דאס דורכצופירן אין לעבן, וואו מ'שטייט און גייט.

 

בכבוד וברכה.