Letter # 5097

ד' שבט, תשי"ז

Prioritizing Health in Divine Service

The Rebbe emphasizes the importance of maintaining physical health as a foundation for spiritual service, aligning with the Rambam's teaching that a healthy body is integral to serving God. He cautions against neglecting one's health, noting that physical weakness can impede spiritual activities.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, ד' שבט, תשי"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

איך בין צופרידען צו באקומען פון צייט צו צייט ידיעות מהנעשה אתו לשלום און השם יתברך זאל העלפען אז די גרוסען פון אייך זאלען זיין גוטע ניט נאר ברוחניות נאר אויך בגשמיות, ווארום בא אידען גייען ביידע זאכען צוזאמען, ווי עס איז באוואוסט דער ווארט פון רמב"ם, היות הגוף בריא ושלם מדרכי השם הוא, און אויך די תורת הבעש"ט אויף דעם פסוק, כי תראה חמור וגו' עזב תעזוב עמו, אז מען דארף דינען השם יתברך ניט דורך תעניתים וסיגופים נאר צוזאמען מיטן גוף, בכל דרכיך דעהו, וואס אויב אין אלע צייטען דארף דאס זיין אזוי, איז דאס נאך מער אזוי אין אונזער צייט, וואס עס זיינען פראן לפי ערך זייער וויניג ארבעטער פאר ענינים פון תורה ומצות, און דעריבער איז יעדער ארבעטער אין דעם זייער טייער פיל פאכיגער און יעדע גוטע מעשה איז מער טייערער, און מען זעהט דאך במוחש אז דער גוף ווערט עפעס אפגעשוואכט, פעלט אויך אין די פעולות הנשמה וועלכע קומען דאך דורכן גוף, ווי עס ווערט ערקלערט אין תניא פרק ל"ז, עיין שם.

אייגנטליך האב איך גערעכנט אז לדכוותי' דארפמען ניט מאריך זיין אין דעם, אבער עס זיינען דערגאנגען צו מיר שמועות, אז איר גיט ניט אכטונג אויף בריאות הגוף ווי עס פאדערט זיך לויט ווי געזאגט, ומקרא מלא דבר הכתוב, ונשמרתם מאד לנפשתיכם, בין איך זיכער אז דאס ניט אכטונג געבן איז מן הסתם בכוונה טובה, אבער כנ"ל יעדער פון אונז בזמן הזה איז א סאלדאט וועלכער מוז אויספאלגען באפעלען און אנווייזונגען, און וויבאלד מען האט אונז אנגעזאגט אז בעקבתא דמשיחא איז דער עיקר העבודה בצדקה ובעשי' (עיין אגרת הקדש לרבנו הזקן סוף סי' ט') מוז מען טאן אלץ וואס איז אפהיינגיג פון זיך, אז מען זאל זיין בכח צו טאן אין דעם וואס מער, און דעריבער איז באוואוסט די הוראה לכמה וכמה וועלכעס מיר האבען געהערט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר רבנו נשיאנו צו טועם זיין אין דער פריה פארן דאוונען, און פאר מערערע ניט נאר טועם זיין סתם נאר מיני מזונות, בכדי צו פילן זיך שטארקער, ועוד זאת אז דענסטמאל קען מאן דאוונען מיט מער צוגעטראגענקייט, ופשיטא שיודע פון דעם בארימטן בריף פון בעש"ט לתלמידו בעל התולדות יעקב יוסף, וועלכער איז שולל דעם ענין הוספת התעניות, עיין שם (נדפס בהתמים חוברת א' ספר גנזי נסתרות חלק א' סי' ס"ח, ובכ"מ).

ת"ח מראש אז איר וועט מיר שרייביען אז על כל פנים פון איצטער און ווייטער וועט זיין אייער הנהגה לויט דער הוראה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע צו אפהיטען דעם בריאות הגוף, ובמילא וועט צוקומען אין בריאות הנשמה ועבודתה, און פארבייטען דעם ענין התענית אויף צדקה ותענית דבור וכיו"ב (עיין תולדות מוהר"ש עמוד ע"ב) און אויך ממשיך זיין טאן פאר די מוסדות הק' וכולל חב"ד ביחוד, אין א אופן ניט צו איבעראנשטריינגען דעם גוף, וואס דאס איז אויך א תועלת בעבודה עצמה, ווארם דענסטמאל האט מען כח מער צו אויפטאן, ותקותי חזקה אז מיט אזא הנהגה וועט איר זעהן אין א זמן קצר תוספת הצלחה און וועט קענען אנזאגען נאך פילא יארען מהצלחתו בקדש.

בייגעלייגט איז דא, די לעצטענס ערשינענע און געוויס וועט איר מזכה זיין מיט דעם אויך את הרבים.

בברכה.