ב"ה, י"ב שבט, תשי"ז
ברוקלין.
הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ בעל מרץ
מו"ה יוסף ברוך[1] שי'
שלום וברכה!
אלס צוגאב צו דער אלגעמיינער צופרידענהייט צו טרעפין זיך צוזאמען און שמועסין אין ענינים פון חיזוק היהדות בכלל און בפרט בחינוך על טהרת הקדש און ענין המקוה וטהרת ישראל, וויל איך דא נאך אמאל ארויסזאגען דעם גרויסען בטחון אז השם יתברך וועט געבען הצלחה אין דער אויבען געזאטער ארבעט במחנם הט' און אויך די געוויסקייט אז איר פון אייער זייט און אנ"ש שי' דארטן פון זייער זייט, וועלען ניט נאר טאן דאס וואס זיי האבען גענומען אויף זיך ביז איצטער, נאר יעדערער און אלע צוזאמען וועלען נאך צוגעבען אין דעם כהנה וכהנה לויט די אנווייזונגען פון תורתנו הקדושה מעלין בקדש, ותלמידי חכמים אין להם מנוחה כו' ילכו מחיל אל חיל און עס איז דאך באוואוסט דער ווארט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא ישראל, אז ווען א איד דא למטה נעמט אויף זיך א סכום אין ענינים פון צדקה, וואס בשעת מעשה זעהט דאס אויס מער וויפיל זיין מעגליכקייט, איז גלייכצייטיק עפענט מען למעלה נייע מקורים וצנורות צושטעלען דעם אידען די מעגליכקייט צו קענען ערפילען זיין הבטחה אין פול, און ווי מיר האבען געזעהען במוחש ווי דאס ווערט פארווירקליכט אין פאלען וואס מיר ווייסין, און זיכער וועט זיין אזוי אויך אין אייער פאל, און בפרט אז די ביידע אויבען געזאגטע ענינים זיינען עמודים אשר כל בית ישראל נשען עליהם.
ידוע דבר משנה מצוה גוררת מצוה, אז איין מצוה איז ניט נאר וואס עס שטערט ניט צו דער צווייטער, נאר אין געגענטייל עס העלפט ארויס דער צווייטער און דעריבער האף איך אז איר וועט נעמען אויף זיך אויך דאס אפהיטען פון די דריי שיעורים השוים לכל נפש וועלכעס כ"ק מו"ח אדמו"ר האט מפרסם געווען אז זיי זיינען שוים לכל נפש און א סגולה צו פילע ענינים, וועלכע זיינען א) יעדער אין דער פריה נאכן דאוונען, זאגען דעם שיעור תהלים חדשי - ווי דער תהלים איז פארטיילט אויף די טעג פון חדש - ב) לערנען יעדער טאג א פרשה חומש מיט פירוש רש"י פון דער סדרה פון דער וואך - זונטאג פון אנהויב סדרה ביז פרשת שני, מאנטאג פון פרשת שני ביז שלישי א. א. וו. - ג) לערנען יעדער טאג א שיעור תניא - ווי דער תניא איז פארטיילט אויף די טעג פון יאר - בעת רצון וועל איך לייענען אייער צעטיל פ"נ אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, און השם יתברך זאל העלפען איר זאלט קענען אנזאגען גוטע בשורות וועגען דעם אינהאלט פון דעם פ"נ און אויך וועגען דאס אלץ אויבען גאזאגטע.
בברכה.