Letter # 3214

כ"ב טבת, תשט"ו

3214 - Not advisable to take your son out of the religious school so he can have better air.

Yirat Shamayim gives life and health.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, כ"ב טבת, תשט"ו

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון ד' שמות... בנוגע צו אייער זון שי' וואס איר רעכינט אז דורך דעם וואס איר וועט [אים] אריינגעבען אין א חדר וואו עס איז ווייניגער יראת שמים אבער די לופט איז דארט א בעסערע, וועט זיין געזונט שטארקער ווערען, און שפעטער מיט דער צייט וועט איר עס צוריקבריינגען אין דעם חדר וואו ער לערנט איצטער. געפעלט דאס מיר ניט, ווארום אז איר וועט אפרייסן איצטער, דאס איז זיכער, און צי וועט איר עם שפעטער צוריק בריינגען און צי וועט ער קענען אויספילען דאס וואס ער וועט פארפעלען, איז א ספק, און א גרויסער ספק. און וויסענדיג וואס עס שטייט אין ספרים בכלל און אין ספרי חסידות בפרט אויף דעם פסוק יראת ה' לחיים, אז פון יראת שמים קומט צו אין געזונט איז אויב אפילו דארטען איז די לופט בעסער, איז אבער די הוספה אין יראת שמים אין דעם יעצטיגען חדר וואו ער לערנט, וועט אויספילען אויך דעם גשמיות'דיקען געזונט פון אייער זון, און דעריבער זאל ער געזונטערהייט און פרייליכערהייט לערנען אין דעם חדר תורה ביראת שמים, און איך האף אז ווען איר וועט איבערלייענען פאר אייער פרוי תי' אט דעם טייל פון מיין בריף, וועט זי אויך, און אויף גאנצע הונדערט פראצענט, מסכים זיין אויף דעם, וויסענדיג אז געזונט פרנסה און הצלחה ווענדעט זיך נאר אן השם יתברך נותן התורה.

אויף אייער פראגע, אויף וואס צו געבען אייער צדקה. בין איך געווען צופרידען צו לייענען אין אייער בריף אז איר העלפט אייער ברודער באה"ק ת"ו, ובכלל איז א העלפט פון דער צדקה צוטיילען אויף די מוסדות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, און איר קענט דאס טאן דורך מיין מזכירות אז דארט זאל דאס פארטיילט ווערען, און די אנדער העלפט צוטיילען אליין און אויך דורך אייער פרוי תחי', און אין דעם אריינגערעכענט אויך די הילף פאר אייער ברודער שי'.

בברכה להצלחה בפרנסה ולנחת חסידותי ביחד עם זוגתו תחי' מכל יו"ח שיחיו.