Letter # 3803

ימי הסליחות, ה'תשט"ו - אל בני ובנות ישראל אשר בכל מקום ומקום

Message from the Rebbe to the entire Jewish people on the eve of Rosh Hashanah 5716:

As humans, we are endowed with choice. On Rosh Hashanah, we should commit to making the right choices as outlined in the Torah. We shouldn't doubt our ability, for just as an atom can cause great destruction, we have an even greater power to bring positive change to the world.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, ימי הסליחות, ה'תשט"ו

ברוקלין, נ.י.

אל בני ובנות ישראל אשר בכל מקום ומקום
ה' עליהם יחיו

שלום רב וברכה!

צום אנקומען פון דעם נייעם יאהר, וויל איך ווינשען יעדערען און יעדערע בתוך כלל ישראל - לויט דעם אור-אלטען נוסח - א שנה טובה ומתוקה.

ראש השנה, אנהויבס יאהר, איז באשטימט געווארען, דורך אונזער תורה, אויף דער צייט אין יאהר אין וועלכער די וועלט איז באשאפען געווארען, אבער ניט אויף דעם ערשטען טאג פון דער באשאפונג, נאר אויף דעם זעקסטען טאג ווען עס איז באשאפען געווארען דער מענטש.

די גרויסקייט פון דעם טאג און דער באשאפונג, באשטייט ניט אין דעם וואס עס איז צוגעקומען נאך א באשעפעניש און א באשעפעניש מיט א שטופע העכער פון די פריערדיקע, אזוי ווי חי (לעבעדיקע באשעפענישען) איז העכער פון צומח (געוויקסען) און צומח איז העכער פון דומם (שטיינער, ערד א.ז.וו.),

נאר אין דעם וואס עס איז צוגעקומען א באשעפעניש וואס איז שלא-בערך אנדערש פון פריערדיקע,

ווארום ער האט דערקענט דעם באשעפער אין דער בריאה, און נאך מער, ער האט אויבגעהויבן די גאנצע בריאה צו דעם געפיל, און מיט דעם, צו איר מדריגה פון שלימות.

ווארום דערפילען און דערזעהן ג-טליכקייט אין בריאה - איז דער ענד-ציל פון דער גאנצער באשאפונג.

* * *

איינע פון די הויבט שטריכען מיט וועלכע דער מענטש אונטערשיידט זיך פון אלע אנדערע באשעפענישען - איז די בחירה חפשית (פרייער אויסוואהל) וואס דער באשעפער האט עם געגעבען,

וואס דער מענטש קען זי אוסניצען אין צוויי געגענזייטיגע ריכטונגען: אדער, רחמנא ליצלן, גיין אויפן וועג וואס בריינגט צום צושטערען זיך און בריינגען ארום זיך חורבן. אדער, פארקערט - אויסצוקלייבן דעם ריכטיגען וועג אין לעבען, און דורכדעם דערהויבען זיך און די בריאה צו איר העכסט מעגליכער מדרגה.

און אויף צו דערקענען דעם וועג און געפינען די לעבענס אויפפירונג וואס פירט צו דעם ענד-ציל, איז אונז געגעבען געווארען די תורה,

וואס די תורה איז א ג-טליכע און אייביקע און אירע אנוויזונגען זיינען אויף אלע צייטען און אין אלע ערטער.

* * *

מיט דעם אייגענעם שכל קען א מענטש דערצו ניט דערגרייכען, ווארום זיין שכל איז דאך א באגרענעצטער.

דער שכל קען עם בלויז דינען - אויף ענטדעקען און ארויסבריינגען אין עם די אינערע אבסאליוטע געוויסהייט וואס ער האט און די אמונה פשוטה אין די זאכען וואס זיינען העכער פונם שכל, און דערמיט באלעבען זיין גאנצען וועזען און געפינען דעם ריכטיגען וועג אין טאג טעגליכען לעבען, וואס דאס איז דער דרך התורה והמצוה.

* * *

ראש השנה שטעלט זיך דער מענטש ניט בלויז פארן ג-טלעכען משפט, נאר אויך פאר א משפט איבער זיך אליין.

ער דארף באשליסען - אז ער נעמט אויף זיך צו דערפילען זיין אויפגאבע און פליכט, צו דערהויבן זיך און די וועלט ארום זיך צו דער אנערקענונג פון דעם אנזאג "בואו נשתחוה ונכרעה נברכה לפני ה' עושנו" (לאמיר זיך בויגען, קניען און אונטערווארפן זיך פאר דעם אויבערשטען אונזער באשעפער)

ווי דער ערשטער מענטש, אדם הראשון, האט עס געטאן אין דעם ערשטען טאג פון זיין באשאפונג, דעם ערשטען ראש השנה.

וואס דאס מיינט א טאג-טעגליכען לעבען על פי התורה.

און ניט, חס ושלום, נעמען דעם וועג וואס פירט צום אפגרונט, צו צושטערונג און פארניכטונג.

* * *

און זאל א מענטש ניט טראכטען: וואס בין איך און ווער בין איך, צו האבען אזא געוואלדיקען כח.

ווארום מיר האבען, ליידער, געזען וואס גאר א קליינע מאטעריעלע כמות קען "אויפטאן" אין צושטערען שטעט און לענדער דורך אטאמישע קראפט.

און אויב אויך צושטערונג האט א קליינע כמות אזא געוואלדיגע קראפט, וואס צושטערונג איז דאך געגען דער כוונה און תכלית פון דער באשאפונג,

איז אויף בויען און שטייגען העכער - א ודאי און נאך פילפאך גרעסער, דא די נויטיגע קראפט בא יעדען איינצעלנעם מענטשען, אויף דעם גיט עם דער באשעפער ספעציעלע כחות און מעגליכקייטען, כדי צו קענען דערהויבען זיך אליין צו דער נויטיקער הויך, העלפען אויך אנדערע דאס טאן, און דערהויבען די בריאה אלץ נעענטער צו שלימות,

ביז מען וועט צוקומען, סוף כל סוף, צום צושטאנד אז "וידע כל פעול כי אתה פעלתו ויאמר כל אשר נשמה באפו ה' אלקי ישראל מלך ומלכותו בכל משלה".

בברכת כתיבה וחתימה טובה.

מנחם שניאורסאהן

By the Grace of G-d, Days of Selichot, 5715

Brooklyn, N.Y.

To the sons and daughters of Israel in every place,
May G-d be upon you and grant you life.

Greetings and blessings!

As the new year approaches, I want to wish each and every one of you, within the whole of Israel, according to the ancient tradition, a Shana Tova U'Metuka.

Rosh Hashanah, the beginning of the year, was established by our Torah for the time of the year when the world was created—not on the first day of creation, but on the sixth day, when man was created.

The greatness of this day and its creation does not lie in merely the addition of another creation, one that is on a higher level than the previous ones, just as living beings (chay) are higher than plant life (tzome’ach), and plant life is higher than inanimate matter (domem, such as stones and earth).

Rather, its greatness lies in the fact that a being was added that is incomparably different from the previous creations, for man recognized the Creator within creation. Furthermore, he elevated the entire creation to this awareness, bringing it closer to its ultimate perfection.

For perceiving and recognizing G-dliness in creation is the ultimate purpose of all creation.


One of the fundamental characteristics that sets man apart from all other creations is the gift of free choice, which the Creator bestowed upon him.

Man can use this free choice in two opposing directions: either, G-d forbid, to follow a path that leads to self-destruction and ruin, or, conversely, to choose the correct path in life, thereby elevating himself and all of creation to the highest possible level.

To recognize this path and find the proper way of life that leads to this ultimate purpose, we were given the Torah.

The Torah is divine and eternal, and its instructions are relevant for all times and in all places.


With his own limited intellect, man cannot attain this recognition, for his intellect is, after all, finite.

The intellect can only serve him to uncover and bring forth the inner, absolute certainty that he possesses, along with the simple faith in matters that are beyond intellect. This, in turn, enlivens his entire being and helps him find the right way in daily life—the path of Torah and mitzvot.


On Rosh Hashanah, a person stands not only in judgment before G-d, but also in judgment before himself.

He must resolve to fulfill his purpose and duty: to elevate himself and the world around him to the recognition of the call, "Come, let us bow down and kneel; let us bless before G-d, our Maker," as Adam HaRishon did on the first day of his creation, the first Rosh Hashanah.

This means living each day according to the Torah, and not, G-d forbid, choosing the path that leads to the abyss, to destruction and ruin.


A person should not think: "Who am I, and what am I, to possess such tremendous power?"

For we have, unfortunately, seen how a very small amount of material force, such as atomic power, can devastate entire cities and nations.

If even destruction—a force that opposes the purpose and intent of creation—has such tremendous power, how much more so does the power for building and growth, which aligns with the purpose of creation. This power exists in even greater measure within each individual. The Creator grants him special abilities and opportunities, enabling him to elevate himself to the necessary heights, help others do the same, and bring creation ever closer to its perfection.

Until we ultimately reach the state where "Every created being will know that You are its Maker, and all who have breath in their nostrils will proclaim: Hashem, the G-d of Israel, is King, and His kingdom rules over all."

With blessings for a Ktiva V’Chatima Tova.

Menachem Schneerson